נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן אין קינדער־גערטנער

אין קינדער־גערטנער זאָל מען סטימולירן אַלע קינדער כּדי זײ זאָלן אַנטװיקלען זײערע שפּראַכיקע פֿעיִקײטן, און די
קינדער־גערטנער זאָלן אויך העלפֿן די קינדער, װאָס האָבן אַן אַנדערע מוטער־שפּראַך פֿון שװעדיש, זײ זאָלן קריגן דאָס
מעגלעכקײט צו אַנטװיקלען סײַ זײער שװעדיש, סײַ זײער מוטער־שפּראַך.

לויטן געזעץ װעגן די נאַציאָנאַלע‏־מינאָריטעטן און מינאָריטעט־שפּראַכן זאָל מען בפֿרט העלפֿן קינדער װעלכע געהערן צו די מינאָריטעטן ייִדן, ראָמען, סאַמען, שװעדישע פֿינלענדער און טאָרנעטאָלער צו אַנטװיקלען אַ קולטורעלע אידענטיטעט און זײער נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַך. אַזוי זאָלן די קינדער־גערטנער בײַשטײַערן דעם שיצן און שטיצן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטנס שפּראַכן און קולטורן.
לויטן לערן־פּלאַן (Lpfö 98) זאָלן קינדער־גערטנער:
• שטיצן קינדער אין זײער שפּראַכיקער אַנטװיקלונג װאָס שײך די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן, און אויך אונטערשטיצן אַ קולטורעלע אידענטיטעט
• העלפֿן שיצן און אָפּהיטן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטנס שפּראַכן און קולטורן
• גרונטפֿעסטיקן קינדערס פֿאַרשטענדעניש פֿאַר פֿאַרשײדענע שפּראַכן און קולטורן, אַרײַנרעכנדיק די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטנס שפּראַכן און קולטורן.די קינדער־גערטנער שטיצן די אַנטװיקלונג פֿון קינדערס מוטער־שפּראַכן. די קינדער קריגן אַ סך מעגלעכקײטן צו טאָג־טעגלעך ניצן זײערע שפּראַכן און מען אויפֿמונטערט זײ זאָלן ניצן סײַ נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן סײַ שװעדיש אין די קינדער־גערטנערס אַקטיװיטעטן. די קינדער־גערטנער קענען, דורך שפּילן, זינגען, און לײענען משׂיות אויף די מינאָריטעט־שפּראַכן העלפֿן די קינדער אַנטװיקלען זײער שפּראַך און קולטורעלע אידענטיטעט.ס'איז װיכטיק אַז די עלטערן דערצײלן דעם קינדער־גאָרטנס פּערסאָנאַל װען זײער קינד געהערט צו אַ נאַציאָנאַלער מינאָריטעט.

Hjälp oss förbättra webbplatsen!

Om du inte hittar informationen du sökte efter, klicka på nej-knappen nedan och skicka oss ett meddelande om vad som saknas.

Senast uppdaterad:
To top
0910-73 50 00

Besöksadress: Stadshuset,
Trädgårdsgatan 6, Skellefteå

kundtjanst@skelleftea.se