מוטערשפּראַך אין דער עלעמענטאַר־שולע
שעלעפֿטע קאָמונע באָט אָן מוטערשפּראַך־אויסבילדונג אין משך פֿון די שולע־יאָרן 1-9. מע פֿירט אָן מיט דער אויסבילדונג לויטן קורס־פּלאַן פֿאַר מוטערשפּראַכן אין דער שװעדישע שולעס לערן־פּראָגראַם, LGR 22. דײַן קינד מוז האָבן גרונטיקע קענטשאַפֿטן אין דער שפּראַך כּדי צו האָבן דאָס רעכט זיך צו באַטײליקן אין דער אויסבילדונג. „גרונטיקע קענטשאַפֿטן” הײסט אַז דאָס קינד קען אַקטיװ מיטפֿאָלגן אין דער אויסבילדונג, פֿאַרשטײן בעל־פּה־אינסטרוקציעס און זיך אָנטײלנעמען אין שמועסן װעגן אַלגעמײנע ענינים.
קינדער װעלכע געהערן צו די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און װילן זיך לערנען פֿיניש, ייִדיש, מיענקיעלי, ראָמאַני טשיב אָדער סאַמיש האָבן אַ פֿאַרשטאַרקט רעכט צו קריגן מוטערשפּראַך־אויסבילדונג. ס'זענען פֿאַראַן צװײ קורס־פּלענער פֿאַר די דאָזיקע שפּראַכן:
- מוטערשפּראַך װי די ערשטע שפּראך - פֿאָדערט אַז דער תּלמיד שוין רעדט זײַן מוטערשפּראַך
- מוטערשפּראַך װי די צװײטע שפּראַך - װוּ ס'איז נישט פֿאַראַן קײן פֿאָדערונגען װעגן קענטשאַפֿטן, לײענט װײַטער דאָ/פֿאַרבינדונג.
צו אָנהײבן לערנען זיך אין זײַן מוטערשפּראַך איז פֿרײַװיליק, אָבער אָבליגאַטאָריש נאָך דעם װאָס מען האָט זיך פֿאַרשריבן אין קלאַס, ביז דעם װאָס די אויסבילדונג פֿאַרענדיקט זיך אָדער מען קלײַבט אויס צו אָפּזאָגן דעם פּלאַץ.
דאָס רעכט צו מוטערשפּראַך־אויסבילדונג לויטן געזעץ װעגן שולעס און דער שולע־פֿאַראָרדענונג
אַ תּלמיד קען זיך פֿאַרשרײַבן אין מוטערשפּראַך־אויסבילדונג װען:
- די מאַמע אָדער דער טאַטע (אָדער בײדע) האָט אַן אַנדער מוטערשפּראַך פֿון שװעדיש
- דער תּלמיד האָט גרונטיקע קענטשאַפֿטן אין דער אַקטועלער שפּראַך
- דער תּלמיד ניצט די שפּראַך יעדן טאָג אין דער הײם*
- צום װײניקסטן פֿינף תּלמידים אין דער קאָמונע װילן אויסבילדונג אין דער שפּראַך
- ס'איז דאָ אַ פּאַסיקער לערער אין דער אַקטועלער שפּראַך
*אָדאָפּטיר־קינדער דאַרפֿן נישט רעדן זײער מוטערשפּראַך אין דער הײם. דאָס קינד דאַרף אָבער האָבן גרונטיקע קענטשאַפֿטן אין דער שפּראַך.
דער ציל מיט דער אויסבילדונג איז צו געבן דעם תּלמיד די מעגלעכקײט צו פֿאַרבעסערן די קענטשאַפֿטן אין און װעגן דער שפּראַך. די מוטערשפּראַך איז זײער װיכטיק װען ס'קומט צו אַנטװיקלען די קינדערס שפּראַך, פּערזענלעכקײט און געדאַנקן. אַ גוט אַנטװיקלט מוטערשפּראַך איז אַ גוטער גרונט װען ס'קומט צו לערנען זיך שװעדיש, אַנדערע שפּראַכן און אַנדערע לימודים.
מען פֿירט, װען מעגלעך, אָן מיט דער אויסבילדונג אין משך פֿונעם שולע־טאָג, נאָך דער שולע־טאָג אָדער װי אַ "שפּראַך־אויסקלײַב". דער אויסבילדונגס ציל איז צו אַנטװיקלען די תּלמידימס שפּראַך, פֿאַרבעסערן זײערע קענטשאַפֿטן װעגן דעם קולטורעלן הינטערגרונט און צװײ־שפּראַכיקײט.
די מוטערשפּראַך איז אַ פֿרײַװיליקער אויסקלײַב, מוזן די עלטערן אַפּליקירן אויף דער אויסבילדונג דורך דער קאָמונעס דיגיטאַלישן דינסט (פֿאַרבינדונג). יעדער תּלמיד קריגט 40 ביז 60 שעה אויסבילדונג אַ װאָך. די גרופּעס קענען באַשטײן פֿון תּלמידים פֿון פֿאַרשײדענע קלאַסן און עלטער. ס'װאַריִיִרט זיך די שפּראַכיקע קענטשאַפֿטן אין די גרופּעס.
זײַ אַזוי גוט, אַפּליקיר!
מוטערשפּראַך־אויסבילדונג אין נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַַכן
שעלעפֿטע קאָמונע באָט אָן מוטערשפּראַך־אויסבילדונג אין די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן פֿיניש, ייִדיש, מיענקיעלי, ראָמאַני טשיס און סאַמיש אין דער עלעמענטאַר־שולע, שולע־יאָרן 1-9. דער אויסבילדונגס ציל איז צו אַנטװיקלען די תּלמדימס שפּראַכיקע קענטשאַפֿטן, פֿאַרבעסערן די קענטשאַפֿטן װעגן דעם קולטורעלן הינטערגרונט און צװײ־שפּראַכיקײט.
תּלמידים װעלכע געהערן צו אײן פֿון די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן האָבן דאָס רעכט צו קריגן מוטערשפּראַך־אויסבילדונג אין מינאָריטעט־שפּראַך, נישט אָפּהענגיק פֿון די שפּראַכיקע קענטשאַפֿטן.
מען קען זיך לערנען אין אַ מינאָריטעט־שפּראַך אין דער עלעמענטאַר־שולע אויף צװײ פֿאַרשײדענע אופֿנים
- אופֿן 1: תּלמידים מיט גרונטיקע קענטשאַפֿטן אין דער שפּראַך, למשל װען מען רעדט די שפּראַך אין דער הײם
- אופֿן 2: תּלמידים װעלכע זענען אָנהײבערס און רעדן נישט די שפּראַך
תּלמידים מיט אָדער אָן קענטשאַפֿטן אין דער שפּראַך לערנען זיך לויט פֿאַרשײדענע קורס־פּלענער און האָבן פֿאַרשײדענע צילן אָפּהענגיק פֿונעם קורס־פּלאַן. די מוטערשפּראַך־אויסבילדונג פֿאָלגט דער עלעמענטאַר־שולעס־ לערן־פּראָגראַם (LGR 11).
אַ תּלמיד װאָס געהערט צו דער נאַציאָנאַלער מינאָריטעט "ראָמען" און איז געבוירן געװאָרן אין אויסלאַנד, קען קריגן מוטערשפּראַך־אויסבילדונג אין צװײ שפּראַכן װען עס איז דאָ אַ ספּעציעלע סיבה װאָס מאָטיװירט אַזאַ אויפֿשטעל.
די מוטערשפּראַך איז אַ פֿרײַװיליקער אויסקלײַב, מוזן די עלטערן אַפּליקירן אויף דער אויסבילדונג דורך דער קאָמונעס דיגיטאַלישן דינסט (פֿאַרבינדונג). יעדער תּלמיד קריגט 40 ביז 60 שעה אויסבילדונג אַ װאָך. די אויסבילדונג איז אָבליגאַטאָריש נאָך דעם װאָס מען האָט זיך פֿאַרשריבן אין קלאַס ביז דעם װאָס די אויסבילדונג פֿאַרענדיקט זיך אָדער מען קלײַבט אויס צו אָפּזאָגן דעם פּלאַץ.
מען פֿירט, װען מעגלעך, אָן מיט דער אויסבילדונג אין משך פֿונעם שולע־טאָג, נאָך דער שולע־טאָג אָדער װי אַ "שפּראַך־אויסקלײַב". די גרופּעס קענען באַשטײן פֿון תּלמידים פֿון פֿאַרשײדענע קלאַסן און עלטער. ס'װאַריִיִרט זיך די שפּראַכיקע קענטשאַפֿטן אין די גרופּעס. די מוטערשפּראַך־אויסבילדונג איז תּמיד נאָר אויף אײן שפּראַך פּער תּלמיד. װען ס'קומט צו ראָמישע קינדער געבוירן געװאָרן אין אויסלאַנד קען מען מאַכן אַן אויסנעם פֿון די דאָזיקע כּלליםף װען עס איז דאָ אַ ספּעציעלע סיבה װאָס מאָטיװירט אַזאַ אויפֿשטעל.
זײַ אַזוי גוט, אַפּליקיר!
מוטערשפּראַך אין דעם פֿאָרשולע־קלאַס
אין דעם פֿאָרשולע־קלאַס מוז מען אַרבעטן כּדי צו געבן קינדער מיט אַן אַנדער מוטערשפּראַך פֿון שװעדיש די מעגלעכקײט צו אַנטװיקלען סײַ דאָס שװעדיש סײַ די מוטערשפּראַך. דורך דער אויסבילדונג און די טאָג־טעגלעכע אַקטיװיטעטן זאָלן די תּלמידים אין פֿאָרשולע־קלאַס קענען ניצן סײַ שװעדיש, סײַ די מוטערשפּראַך. פֿון שולע־יאָר 1 איז עס דאָ אַ מעגלעכקײט צו אַפּליקירן אויף מוטערשפּראַך־אויסבילדונג. לײען װײַטער אויף פֿאַרבינדונג
לויטן געזעץ װעגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינטאָריטעט־שפּראַכן זאָל מען ספּעציעל העלפֿן קינדער װאָס געהערן צו די מינאָריטעטן ייִדן, ראָמען, סאַמען, שװעדישע פֿינלענדער און טאָרנעטאָלינגער מיטן אַנטװיקלען די שפּראַכיקע און קולטורעלע אידענטיטעט און די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַך. אַזוי, זאָל די שולע מיטהעלפֿן מיטן שיצן און אָפּהיטן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטנס שפּראַכן און קולטורן.
מע זאָל אויף אַ סך אופֿנים העלפֿן די תּלמידים מיטן ניצן די שפּראַך יעדן טאָג און מע זאָל אויפֿמונטערן זײ זאָלן ניצן סײַ די מינאָריטעט־שפּראַך סײַ שװעדיש אין דער שולעס אַקטיװיטעטן. די שולע קען זיך למשל באַטײליקן אין די תּלמידימס שפּראַכיקע און קולטורעלע אַנטװיקלונג דורכן שפּילן זיך, זינגען און לײענען מעשׂיות אויף די תּלמידימס מינאָריטעט־שפּראַכן